escape Click the X/Escape button at any time to leave familylegalcare.org immediately. You will be redirected to google.com.

טשיילד סאפאורט אין א גט

די דאזיקע בראשור איז א גאייד פאר פרויען אין דער פרומער קהילה. פרויען זענען טאקע מער שייך צו ליידן פון צו זיין א קרבן פון גט ענטזאגונג (ווען דער מאן אדער די פרוי האלט זיך צוריק פון אפלאזן דעם צווייטן פריי), אבער עס איז אויך מעגליך פאר א מאן צו זיין א קרבן. ווי אויך, עס זענען פאראן אונטערשיידן צווישען פארשידענע קהילות וויאזוי מען פארשטייט די הלכה וואס אנבאלאנגט דער גט פראצעס. זיי זיך מיישב מיט דיין פרעזענליכן הלכהשע בעל-יועץ פאר מער אינפארמאציע.

איך גיי זיך גטן. קען איך באקומען טשיילד סאפאורט (support child)?

לויטן ניו יארק געזעץ, א קינד קען באקומען שטיצע, טשיילד סאפאורט (support child ,(ביז 21 יאר-אלט. אמאל קען טשיילד סאפאורט ענדיקן פריער. ווי צום ביישפיל, ווען א קינד גייט אין ארמיי אדער האט חתונה, קען דער טשיילד סאפאורט ענדיקן פריער. בכלל, דער וועלכער איז דער קאסטאדיאל פארענט (וועלכער האט קאסטאדי) באקומט טשיילד סאפאורט פון דעם וועלכע האט נישט דעם קאסטאדי פון דעם קינד. דער וועלכער האט די קאסטאדי איז דער וואס בעיקר לעבט מיט דעם קינד. אויב דו און דיין מאן, צום ביישפיל, צעטיילן די קאסטאדי, דער וועלכער פארדינט מער, געווענטליך צאלט טשיילד סאפאורט.

וואו דארף איך גיין צו בעטן פאר טשיילד סופארט?

אין פאל וואס דיין מאן איז נישט מסכים צו צאלן טשיילד סאפאורט, קענסטו בעטן ביים בית דין צו זיך פארנעמען מיט דעם ענין. בית דין וועט ברענגן א לעזונג צום סכסוך דורך א דין תורה. אויף דעם דין תורה, וועסטו געבעטן ווערן צו חתמה׳נן א שטר בירורין. דאס איז אן אפמאך צו צוגיין מיט ארביטריישין. ארביטריישין איז א פראצעס צו לעזן א סכסוך. אויב דו דערגרייכסט נישט קיין אפמאך, בית דין וועט מחליט זיין פאר דיר.

ווי נאר דו גייסט צו בית דין פאר טשיילד סאפאורט, דאן זענען דיינע אפציעס זייער באגרענציט, טאמער דו ביסט נישט מסכים מיט בית דיןס פסק. זעט זייט 2 פאר מער אינפארמאציע. אויב דער בית דין האט נישט באשטימט א פסק וועגן טשיילד סאפאורט, קענסטו בעטן פאר טשיילד סאפאורט אין דיין ציוויל דיווארס.

דארפן מיר נוצן דעם בית דין צו לעזן אונזער סכסוך?

טייל פרומע רבנים זאגן אז אידישע מאן-און-פרוי מוזן גיין צו א בית דין צו ברענגן א לעזונג צו איינצעלהייטן וואס אנבאלאנגט דיווארס, אריינגערעכענט טשיילד סאפאורט. עס זענען פאראן אויסנאמען. ווי צום ביישפיל, עס איז מעגליך אז דו קענסט לכתחילה גיין אין קאורט טאמער דו ביסט אין א סכנה און דאגהסט וועגן דיין פארזיכערונג. עס איז אויך מעגליך אז אין געוויסע אומשטענדן קענסטו באקומען א היתר ערכאות פון א רב. א היתר ערכאות איז א דאקומענט וואס גיט דיר ערלויבעניש צו מאכן א פעטישין אין קאורט, אנשטאט בית דין. איין ביישפיל איז אויב דיין מאן ענטזאגט זיך (מסרב) צו גיין אין בית דין.

צי איז דא א חילוק וועלכער בית דין איך נוץ?

יא. די בתי דין טוישן זיך אין שייכות מיט געוויינליכקייטן, פראצעדורן און וואס זיי האלטן פאר וויכטיג. ווי נאר דו ביסט מסכים פאר א געוויסן בית דין, וועסטו שוין נישט קענען טוישן דיין דעה. קלייב אויס דעם בית דין מיט אכטונג. טייל קהילות האבן אן עסטאבלישט לאקאלע בית דין. אנדערע האבן מערער בתי דין צו אויסקלייבן. געוואנדן אויף די אומשטענדן פון דיין קעיס, מעגליך אז דו קענסט נוצן א בית דין וואס איז נישט לאקאל.

וויאזוי קען איך אנפאנגן א דין תורה?

אדער דו אדער דיין מאן קענען אנפאנגען דער פראצעס. אויב איר ביידע זענט מסכים צו גיין אויף א דין תורה, קענסטו זיך פארבינדן מיטן בית דין צו באשטימן א דאטע. אויב איינע פון אייך זענען נישט מסכים, דער צווייטער קען בעטן בית דין צו ארויסשיקן א הזמנה, אדער סאמענס. א סאמענס איז א דאקומענט וואס הייסט איינער צו זיך באווייזן אין קאורט אדער בית דין.

וויאזוי באשטימט בית דין דער צאל פון טשיילד סאפאורט?

עס ווענדט זיך, הלכה גיט נישט ספעציפישע הוראות וויאזוי בית דין זאל באשטימן טשיילד סאפאורט. במילא, בתי דין טוישן זיך וואס אנבאלאנגט וויאזוי צו באשטימן טשיילד סאפאורט. טייל בתי דין פאלגן די הוראות פון ניו יארק וואס אנבאלאנגט טשיילד סאפאורט. אנדערע נישט. טאמער א בית דין פאלגט נישט די דאזיקע הוראות, קען זייער פסק שפעטער זיין קעגנגעשטעלט אין קאורט. זעט ווייטער פאר מער אינפארמאציע. נעם דאס אין אכט בשעת דו קלייבסט אויס א בית דין.

צי קען דער בית דין פסקנען וועגן אנדערע הוצאות חוץ פון טשיילד סאפאורט?

יא, דער בית דין קען באשטימן ווער איז פאראנטווארטליך צו באצאלן געוויסע הוצאות, אזוי ווי:

• שכר לימוד פאר ישיבה;

• צאלן פאר קעמפ;

• בר/בת מצווה מסיבות;

• הוצאות אין שייכות מיטן קאסטן פארן יאר לערנען אין ארץ ישראל (ווי צום ביישפיל נאך היי סקול) און;

• הוצאות פאר חתונות.

בנוסף, דער בית דין קען געבן א פסק אז דער מאן דארף אויסצאלן חודשליך כתובה געלט, כדי צו צושטעלן מיט שטיצע. א כתובה איז א חתונה קאנטראקט וואס באשטימט דעם מאן׳ס פליכטן פאר זיין ווייב. הלכה איז נישט מחייב מיינטינענס (maintenance) אדער אלימאני (alimony).

צי וועט בית דין׳ס פסק ווערן באצוואונגען אין קאורט?

געווענטליך, יא. מערסטע החלטות פון בית דין זענען מחייב, און קענען ווערן באצוואונגען אין בית דין און קאורט. בשעתן איינגעבן דעם דיווארס אין קאורט, דער קאורט קען עס אינקארפאורייטין (incorporate) , פעראייניגן, מיט דער החלטה פון בית דין אין דיין פאיינעל דזשאדזשמענט (final judgment).

איך בין נישט מסכים מיט דעם סאפאורט וואס בית דין האט געפסקנט. וואס קען איך טוהן?

דו קענסט אנפאנגען א קעיס אין קאורט אויב דו האלסט אז דער בית דין׳ס טשיילד סאפאורט פסק איז נישט יושרדיק. דער קאורט האט דעם כוח צו מבטל זיין (vacate) דעם פסק פון בית דין. דער קאורט קען מבטל זיין דעם פסק אויב עס:

• איז נישט אין באשטימונג מיט די געזעצן פון ניו יארק וואס אנבאלאנגט טשיילד סאפאורט, און

• איז נישט אין בעסטן אינטערעס פארן קינד.

געדענק אז עס איז זייער שווער צו מבטל זיין החלטות פון בית דין. איין סיבה איז דערפאר וואס בשעת דו האסט מסכים געווען צו ארביטריישין אין בית דין, ביסטו דאן מסכים צו זיך אונטערגעבן צום פסק פון בית דין. מעגליך אז דו וועסט וועלן זיך מיישב זיין מיט אן עטאירני באקאנט מיט דעם אידישען און ציוויל לעגאלע סיסטעמס, איידער דעם דאזיקע פראצעס.

וויאזוי וועט דער דזשאדזש מחליט זיין אויב צו מבטל זיין דעם פסק פון בית דין?

דער קאורט מוז מחליט זיין אויב דער פסק פון בית דין וואס אנבאלאנגט סאפאורט איז אין באשטימונג מיט די געזעצן פון ניו יארק און איז אין בעסטן אינטערעס פאר דיין קינד. כדי צו דערגרייכן מיט א החלטה, דער קאורט רעכנט זיך מיט פארשידענע פאקטארן. די פאלגענדע פאקטארן זענען, אבער נישט באגרעניצט:

• די אינפארמאמיע מיט וואס דער בית דין האט זיך באנוצט צו באשטימן טשיילד סאפאורט;

• די פינאנציאלע רעסארסען פון ביידע עלטערן; און

• אויב דער סאפאורט איז גענונג כדי צו אויסהאלטן דיין קינד.

וויאזוי איז טשיילד סופֹארט באשטימט לויט דעם ניו יארק געזעץ?

לויטן ניו יארק געזעץ, דער סכום פון טשיילד סאפאורט איז באשטימט לויט א געזעץ וואס הייסט טשיילד סאפאורט סטאנדארדס אקט (Act Standards Support Child) .ערשט, דער קאורט באשטימט דעם גראס אינקאם (income gross) פון די צוויי עלטערן צוזאמן. גראס אינקאם איז דער סכום געלט דו פארדינסט איידער עס ווערט אראפגענומן די טאקסעס. (אמאל נוצן דער קאורט אנדערע כללים, אין פאל אז די פארדינסטן זענען העכער ווי 000,154) .$טייל פון ספיעצעלע הוצאות פארקלענערן דיין אינקאם לעוול פארן טשיילד סאפאורט, אזויווי ניו יארק סיטי אינקאם טאקסעס און טשיילד סאפאורט וואס דו באצאלסט פאר אן אנדער קינד.

ווי נאר דער קאורט באשטימט דעם סך הכל פון דיין הוצאות, באניצן זיי זיך מיטן פאלגענדע פארמילע כדי צו מחליט זיין דער סכום נויטיג צו אויסהאלטן דאס קינד. דער קאורט דאן באשטימט פאר יעדער פון די עלטערן א פראו ראטא שער (share rata pro ,(וועלכער איז באשטימט לויט דער אינדיווידיואלע פארדינסטן. פראו ראטא מיינט אין פראפארציע.

1 קינד= 17% פון דיין פארדינסטן
2 קינדער= 25% פון דיין פארדינסטן
3 קינדער =29% פון דיין פארדינסטן
4 קינדער= 31% פון דיין פארדינסטן
5 קינדער אדער מער= 35% פון דיין פארדינסטן

פאר מער אינפארמאציע, זעט דעם בראשור פון Family Legal Care ״טשיילד סאפאורט יסודות” (Child Support Basics).

וויאזוי קען איך אנפאנגען א טשיילד סאפאורט קעיס אין דער קאורט סיסטעם?

דו מוזט איינגעבן א טשיילד סאפאורט פעטישין (petition) .א פעטישין איז בקשה בכתב צו דער קאורט. פאר מער אינפארמאציע, זעט דעם בראשור פון Family Legal Care ״טשיילד סאפאורט יסודות״ (Child Support Basics) .

צי קען א קאורט באנוצן זיך מיטן הלכה כדי צו באשטימן טשיילד סופארט?

ניין. קאורט מוז זיך באנוצן מיטן געזעץ פון ניו יארק כדי צו באשטימן טשיילד סופארט. די קאורטס קענען זיך נישט באנוצן מיט הלכה.

זענען פאראן אנדערע אונטערשיידן צווישען קאורט און בית דין?

עס זענען פאראן א סך אונטערשיידן צווישן קאורט און בית דין:

• בתי דין קענען אנפירן מיט דעם צערעמאניע פון דעם אידישן גט (סדר הגט). קאורט קענען נישט.

• קאסטן זענען געווענטליך מער טייער אין קאורט אויב דו נעמסט א פריוואטע עטאירני.

• קאורט פאלגן די געזעצן פון דעם סטעיט. בתי דין פאלגן די אייגענע חוקים און כללים.

• בתי דין זענען מער שייך צו רעכענן זיך מיט די הוצאות וואס זענען שייכות דווקא מיט אידישע משפחות, ווי צום ביישפיל שכר לימוד פאר ישיבות, און בר/בת מצווה הוצאות.

• בתי דין זענען מער שייך צו איינרעכענען די נדבות וואס דו באקומסט פון משפחה בשעת זיי באשטימן דער אינדיווידיואלע פארדינסטן.

• עס איז גרינגער פאר דער קאורט צו באצווינגן זייער פסק. בתי דין האבן באגרענציטע כוח צו באצווינגן.

• אין געוויסע סארט פאלן, קאורט קענען צושטעלן אן עטאירני פאר מענטשן וואס קענען נישט עפארדן רעפרעזענטיישין. בתי דין האבן נישט די מיטלען צו דאס טוהן.

• קעיסעס אין קאורט קענען דויערן א לאנגע צייט, אפילו אפאר יאר. קעיסעס אין בית דין קענען זיך ענדיקן א סאך גיכער.

• פראצעדורעס פון קאורט זענען געווענטליך אפן פארן ציבור. מערסטע פון די פֹראצעס אין בית דין זענען פארמאכט.

וואס קען איך טוהן אויב מיין מאן באצאלט נישט קיין טשיילד סאפאורט?

אויב עס איז דא א פסק פון בית דין אדער א פסק פון קאורט פאר דיין מאן צו צאלן טשיילד סופארט, מוז ער אויספאלגן. דו קענסט בעטן דעם קאורט צו באצווינגן דער טיישלד סאפאורט. אויב דו האסט שוין א טשיילד סאפאורט ארדער פון קאורט, קענסטו איינגעבן א ווייאליישין פעטישין (petition violation) .א ווייאליישין פעטישין לאזט דעם קאורט וויסן אז דיין מאן באצאלט נישט סאפאורט. אויב דו ביסט קיינמאל נישט געווען אין קאורט, וועסטו דארפן אנפאנגען א נייעם קעיס אדער בעטן דעם קאורט צו זיך פארנעמן מיט טשיילד סאפאורט אין דיין דיווארס.

וואס קען דער קאורט טוהן צו באצווינגן טשיילד סאפאורט?

ער קאורט קען ארויסגעבן מאני דזשאדזשמענט (money judgment) .דאס איז א דאקומענט פון קאורט וואס זאגט וויפל דיין מאן איז שולדיקט. דער סכום וועט זיך פארגרעסערן מיט 9 פראצענט ריבית א יאר, ביז ער וועט עס אויסצאלן. דו קענסט אויך נוצן דער מאני דזשאדזשמענט צו קאנפיסקירן אדער צונעמן זיין אסעטס (פארמעגן) אדער צו לייגן א ליען (עיקול), דאס הייסט צו פארהאלטן זיין פארמעגן וואס ער פארמאגט, אויב דער קאורט געפינט אז ער האט בכוונה עובר געווען (violated willfully) אויף דעם ארדער וועגן דער סאפאורט, קען ער ווערן אריינגעלייגט אויף פראביישין אדער אריינגעלייגט אין תפיסה פאר ביז 7 חדשים.

דער קאורט קען אויך הייסן אז טשיילד סאפאורט זאל באצאלט ווערן דורך דעם אפיס אף טשיילד סאפאורט סערוויסעס (Office of Child Support Services-OCCSS) ,וואס ווערט אמאל אנגערופן דער סאפאורט קאלעקשין יוניט (SCU-Unit Collection Support) ,איז דער איידזשענסי וואס קלייבט טשיילד סאפאורט. OCSS קען אויך אנענעמן מיטלען אנטקעגן דיין מאן פאר נישט באצאלן קיין טשיילד סאפאורט. אזויווי צום ביישפיל, OCSS קען:

• ארויסנעמען די טשיילד סאפאורט גלייך פון זיין פעי טשעק;

• נעמן זיין סטעיט אדער פעדעראל טעקס ריפאנד;

• מבטל זיין זיין דרייווערס לייסענס אדער פראפעצינאלע לייסענס;

• פארפרירן זיין באנק אקאונט און נעמן פון דעם געלט;

• אפהאלטן פון אים צו באקומען א נייעם פאספארט, אדער צו באנייען זיין פאספארט אויב עס איז אויסגעגאנגען;

• אנזאגן וועגן אים צו די קרעדיט ביוראס, א זאך וואס קען שאטן זיין קרעדיט סקאור.

פארבינד זיך מיט דעם ניו יארק סטעיט טשיילד סאפאורט האטליין אויף 4485-208-888-1 צו זיך דערוויסן מער וועגן OCSS סערוויסעס.

וועלכע אנדערע איינצעלהייטן קען דער בית דין באשטימן אין שייכות מיט מיין דיווארס?

דער בית דין קען לעזן א סכסוך וועגן דעם צעטיילונג פון דעם פארמעגן, קאסטעדי און וויזיטיישין. עס איז מעגליך אז דער בית דין וועט דיר מחייב זיין צו איינגעבן זייער החלטה אלס א חלק פון דער אנקאנטעסטעד דיווארס אין קאורט. פאר מער אינפארמאציע וועגן ציוויל דיווארס, זעט דעם בראשור פון LIFT ״אנקאנטעסטעד ציוויל .(Uncontested Civil Divorce Basics) יסודות״ דיווארס

וואו קען איך גיין פאר הילף?

דו קענסט זיך פארבינדן מיט Forward Step One אויף אומזיסט פאר צו שטעלט One Step Forward .1-844-673-5463 שטיצע און רעסארסן פאר ווער נאר וואס גייט א דורך דעם אידישן גט פראצעס. דו קענסט זיך אויך ווענדן צו די רשימה פון רעסארסן אויף זייט 7-6 פון דעם בראשור פון Family Legal Care” דער גט פראצעס” (Jewish Divorce Basics).

דער דאזיקער דאקומענט זאל נישט זיין אנשטאט דאס ראטן זיך מיט אן עטאירני. Family Legal Care איז מעודד סיי ווער וואס גייט דורך א גט צו זיך ראטן מיט אן עטאירני.

לעגאלע (Family Legal Care) © אינפארמאציע פאר פעמיליס היינט. דאס לעצטע מאל וואס עס איז דערהיינטיקט געווארן אין 2020 ,August .דו קענסט מאכן א פאטאקאפי אדער אויסטיילן די דאזיקער בראשור; אבער, דו טארסט נישט באארבעטן אדער מאכן ענדערונגן מיט איר תוכן אדער אראפנעמען דעם לאגא.

Get updates from Family Legal Care